וויאזוי די רעגירונג (קאבינעט) ווערט געפארעמט

א רעגירונג קען פארבלייבן אין אפיס אזוי לאנג ווי עס האט גענוג שטיצע אין ריקסדעג. עס זענען די אפאר סיבות פארוואס א רעגירונג קען דארפן אפזאגן און א נייע רעגירונג דארף ווערן געפארעמט.

די מערסט-באקאנטע סיבה פאר די אפזאגונג פון א רעגירונג איז אז די רעגירנדע פארטיי אדער א מולטי-פארטיי קאאליציע פארלירט אביסל פון זייער שטיצע אין ריקסדעג נאך א וואל. אין דעם פאל, קען די פריים מיניסטער באשליסן צו אפזאגן פרייוויליג, אדער קען ער אדער זי ווערן געצווינגען צו אפזאגן נאך די פריים מיניסטער וואל ווערט אפגעהאלטן אין ריקסדעג נאך א וואלן. 

א נייע רעגירונג קען אויך דארפן ווערן געפארעמט אויב די פריערע רעגירונג איז געווארן געצווינגען צו אפזאגן צוליב א א וואל פון אומצוטרוי אין די פריים מיניסטער דורך די פריים מיניסטער אדער אויב א פריים מיניסטער האט באשלאסן צו אפזאגן פאר אנדערע סיבות.

די יעצטיגע רעגירונג בלייבט אלס אן אפגעבן רעגירונג. אן אפגעבן רעגירונג געבט זיך אפ מיט די טאג-צו-טאג פירונג אבער נעמט געווענטליך נישט אונטער נייע פאליסי איניציאטיוון.

די רעדנער שלאגט פאר ווער עס זאל זיין פריים מיניסטער

ווען א רעזירונג האט אפגעזאגט, איז עס צו די רעדנער'ס פליכט צו פארשלאגן א נייע פריים מיניסטער. די רעדנער רעדט צו פארשטייערן פון אלע פארטייען אין די ריקסדעג אויסצוגעפינען וועלכע קאנדידאט פאר פריים מיניסטער האט די מערסטע שטיצע צווישן די פארטייען און קען דעריבער ווערן שוועדן'ס קומענדיגע פריים מיניסטער און פארעמען א רעגירונג אין וועלכע די ריקסדעג האט גענוג צוטרוי. די רעדנער רעדט זיך דורך מיט די דעפוטי רעדנערס און געבט דעמאלטס אריין זיין אדער איר פארשלאג צו די ריקסדעג.

ווען די רעדנער שטעלט פאר זיין אדער איר פארשלאג, מעלדט ער אדער זי אויך וועלכע פארטייען וועלן פארעמען די רעגירונג. די ציל איז צו טרעפן די קאנדידאט פאר פריים מיניסטער וואס האט די בעסטע טשאנס פון פארעמען א רעגירונג מיט גענוג שטיצע אין ריקסדעג.

ריקסדעג שטימט אויף פריים מיניסטער

די רעדנער'ס פארשלאג פאר פריים מיניסטער ווערט געלייגט צו א וואל דורך די מידגלידער פון די ריקסדעג אין פלענארי סעסיע. אויב מער ווי האלב פון די מידגלידער פון די ריקסדעג, ד.מ. כאטש 175, שטימען קעגן די פארשלאג, וועט עס נישט דורכגיין. אויב נישט, איז עס באשטעטיגט.

די רעדנער האט פיר געלעגנהייטן צו טון

אויב א פארשלאג פאר פריים מיניסטער האט נישט גענוג שטיצע, מוז די רעדנער רעדן צו פארטיי פירערס נאכאמאל, זיך דורכרעדן מיט די דעפוטי רעדנערס, און נאכדעם מאכן א נייע פארשלאג. די רעדנער האט פיר מאל דאס צו טון. אויב קיין איין פארשלאג פאר פריים מיניסטער באקומט נישט גענוג שטיצע אין ריקסדעג, מוז א ספעציעלע וואלן ווערן אפגעהאלטן אין די דריי מאנאטן.

פריים מיניסטער נעמט אויף אנדערע מיניסטערס

עס איז די פריים מיניסטער וועלכע באשליסט וועלכע מיניסטערס וועלן זיין א טייל פון די רעגירונג. די שנעלסטע מעגליך נאכ'ן אויפנאמע, מוז די פריים מיניסטער איינמעלדן די ריקסדעג פון די מענטשן אויפגענומען אלס מיניסטערס אין די רעגירונג.

די טויש פון רעגירונג איז דעמאלטס פארמאל אויסגעפירט אין אן אזוי-גערופענע ספעציעלע קאבינעט צוזאמקום אין די פאלאץ. דאס איז א רעגירונג צוזאמקום אנגעפירט דורך די פירער פון לאנד, ד.מ. די קעניג אדער פירנדע קעניגן.