וויאזוי די EU ארבעט
די EU האט זיבן אינסטיטוציעס וואס זענען פאראנטוואטליך פאר מאכן די צוזאמענארבעט צווישן EU לענדער ארבעטן. די אינסטיטוציעס האבן אנדערע ראלעס און פליכטן.
די אייראפעאישע קאמיסיע שלאגט פאר נייע EU געזעצן און מאכט זיכער אז מידגליד לענדער פירן זיי איין. די אייראפעאישע קאמיסיע באשטייט פון איין קאמישינער פון יעדע מידגליד לאנד און שטעלט פאר די גאנצע EU. א נייע קאמיסיע ווערט אויפגענומען יעדע פינף יאר.
די קאונסיל פון מיניסטערס באשליסט אויף נייע EU געזעצן, געווענטליך צוזאמען מיט די אייראפעישע פארלאמענט. די שוועדישע רעגירונג און אלע אנדערע EU נאציאנאלע רעגירונגען באטייליגן זיך אין צאמקומען פון די EU קאונסיל פון מיניסטערס מיט איין מיניסטער יעדער. וועלכע מיניסטער באטייליגט זיך ביי א קאונסיל צאמקום ווענדט זיך אויף די ענין צו ווערן דורכגערעדט. די קאונסיל פון מיניסטערס טרעפט זיך אין צען אנדערע צאמשטעלן געוואנדן אויף די פאליסי פלאף.
די אייראפעאישע פארלאמענט באשליסט אויף נייע EU געזעצן, געווענטליך צוזאמען מיט די קאונסיל פון מיניסטערס. יעדע פינף יאר, ווערן מידגלידער פון די אייראפעאישע פארלאמענט אויפגענומען דורך בירגער פון אלע EU לענדער אין דירעקטע וואלן.
די אייראפעאישע קאונסיל באשטימט אנווייזונגען פאר לאנג-טערמיניגע EU צוזאמענארבעט. די אייראפעאישע קאונסיל ברענגט צוזאמען די פירערס פון לאנד און רעגירונגען פון די EU לענדער. די פריים מיניסטער פון שוועדן נעמט אנטייל.
די אייראפעאישע געריכט פון גערעכטיגקייט באשטימט ביי געפעכטן צווישן EU אינסטיטוציעס אטון מידגליד סטעיטס. די געריכט טייטשט אויך אפ EU געזעצן.
די אייראפעאישע געריכט פון אודיטערס מאכט זיכער אז EU געלט ווערט ריכטיג געשפענדט און גערעכנט.
די אייראפעאישע צענטראלע באנק פירט אן געלט פאליסי פאר די לענדער וואס האבן אנגענומען די יורא, און שטיצט די EU'ס אלגעמיינע עקאנאמישע פאליסי.
די ריקסדעג און די EU
איינע פון די וויכטיגסטע פליכטן פון די ריקסדעג איז צו דורכפירן נייע געזעצן. אלס א מיטגליד פון די EU, האט שוועדן צוגעטיילט אביסל פון די מאכט צו מאכן געזעצן צו די EU, אבער די ריקסדעג קען נאך אלס באאיינפלוסן די געזעצן וואס די EU באשליסט אויף.
עס איז די רעגירונג וואס שטעלט פאר שוועדן אין די EU קאונסיל פון מיניסטערס און די אייראפעאישע קאונסיל. אבער, רעגירונג מיניסטערס קומען אפט צו די ריקסדעג איבערצורעדן EU ענינים, צום ביישפיל דורך שמועסן אין די קאמיטעען. ווען מיניסטערס גייען צו די EU קאונסיל פון מיניסטערס צו מאכן א באשלוס אויף א נייע EU געזעץ, מוז די רעגירונג ערשט פארזיכערן איר מיינונג אויף די פארגעשלאגענע געזעץ דורך אנפרעגן די ריקסדעג'ס EU קאמיטע.
די ריקסדעג האט אויך נאך א געלעגנהייט צו באאיינפלוסן געזעץ פארשלאגן פון די אייראפעאישע קאמיסיע. די שוועדישע ריקסדעג און די פארלימענטס פון די אנדערע EU לענדער קוקן איבער אויב געוויסע געזעץ פארשלאגן זאלן ווערן באשלאסן ביי EU אדער נאציאנאלע שטאפל, ד.מ. דורך די EU אדער דורך די מידגליד סטעיטס אליין. דאס ווערט אנגערופן צוגאבע אונטערזוכונג. די געדאנק איז אז די EU זאל נאר באשליסן אויף אן ענין אויב עס קען נישט ווערן געטון פונקט אזוי גוט דורך די EU לענדער אליין.
פון EU פארשלאג צו שוועדישע געזעץ
די אייראפעאישע קאמיסיע שלאגט פאר א נייע EU געזעץ
די ראלע פון די אייראפעאישע קאמיסיע איז פארצושלאגן נייע EU געזעצן. די קאמיסיע טוט דאס נאך איבעררעדן און אויספארשן וועלכע נייע EU געזעצן פעלן אויס אין די מידגליד סטעיטס.
רעגירונג און ריקסדעג באשליסן אויף זייער פאזיציע
די אייראפעאישע קאמיסיע שיקט אירע פארשלאגן צו אלע מידגליד סטעיטס. אין שוועדן, גייען זיי צו די רעגירונג און די ריקסדעג. די רעגירונג מעלדט איין די ריקסדעג פון איר בליק אויף די פארשלאגן און באקומט די בליקן פון די ריקסדעג דורך שמועסן אין די קאמיטעען. עס איז די רעגירונג וואס שטעלט פאר שוועדן אין די EU קאונסיל פון מיניסטערס, אבער די רעגירונג איז פאראנטווארטליך צו די ריקסדעג פאר איר באהאנדלונג פון EU ענינים.
די ריקסדעג שאצט אויך אפ אויב באשלוסן אויף EU געזעץ פארשלאגן זאלן גענומען ווערן אויף EU שטאפל אדעראויף נאציאנאלע שטאפלאין יעדע מידגליד סטעיט. עס דערקלערט אז EU געזעץ פארשלאגן זענען אונטערזוכט אויף די באזיס פון די פרינציפ פון צוגאבע, וואס מיינט אז א באשלוס זאל גענומען ווערן אויף די מערסט אפעקטיווע פאליטישע שטאפל וואס איז אזוי נאנט צו די בירגער וואס מעגליך.
די אייראפעישע פארלאמענט און די קאונסיל פון מיניסטערס באשליסן
MEP'ס און מיניסטערס אין די קאונסיל פון מיניסטערס רעדן דורך די געזעץ באזונדער און קענען פארשלאגן פארריכטונגען. זיי באשליסן צוזאמען אויף מערסטנס EU געזעצן, אזוי אז זיי דארפן זיין אינשטימיג פאר א געזעץ אריינצוגיין אין קראפט.
שוועדן פירט איין EU געזעצן
איינמאל די אייראפעישע פארלאמענט און קאונסיל פון מיניסטערס האבן באשלאסן אויף א נייע EU געזעץ, מוז עס ווערן אויסגעפאלגט דורך שוועדן און אנדערע EU לענדער. טיילמאל איז גענוג פאר די רעגירונגען אדער אגענטורן צו צופאסן געוויסע געזעצן אדער רעגולאציעס, אבער טיילמאל מוזן נאציאנאלע געזעצן ווערן געטוישט זיי צו ברענגען אין איינקלאנג מיט EU געזעצן. אין שוועדן, מוז די רעגירונג דעמאלטס אריינגעבן א פארשלאג, א געזעץ, צו די ריקסדעג, וועלכע באשליסט אויף די געזעצן.
די רעגירונג, אגענטורן, און מוניציפאליטעטן פארזיכערן אז די נייע געזעץ ווערט א מציאות. די שוועדישע געריכט פארזיכערט אז די געזעצן ווערן אויסגעפירט.
די אייראפעאישע קאמיסיע מאכט זיכער אז EU לענדער פירן אויס EU געזעצן. אויב די קאמיסיע טראכט אז שוועדן פירט נישט אויס די געזעצן, קען עס נעמען שוועדן צו די אייראפעאישע געריכט פון גערעכטיגקייט.