פארלאמענטערי וואלן

וואלן צו די שוועדישע ריקסדעג ווערן אפגעהאלטן יעדע פיר יאר אויף די צווייטע זונטאג פון סעפטעמבער. ראיאנישע און שטאטישע וואלן ווערן אויך אפגעהאלטן אויף די זעלבע טאג.

די ריקסדעג איז די העכסטע באשלוס-מאכן קערפערשאפט אין שוועדן. די ריקסדעג'ס פליכטן נעמט אריין איינפירן געזעצן און באשטימען די נאציאנאלע בודזשעט. די ריקסדעג האלט אויך אן אויג וויאזוי די רעגירונג פירט אויס איר ארבעט.

אין די 2022 פארלאמענטערי וואלן, האבן 84.2% פון בארעכטיגטע וויילער געשטימט. די קומענדיגע געהעריגע באשטימטע וואלן וועלן ווערן אפגעהאלטן אין 2026.

שוועדן'ס וואלן סיסטעם איז לויט פראפארציע. דאס מיינט אז די נומער פון זיצן וואס א פארטיי באקומט אין די ריקסדעג איז אין פראפארציע צו די נומער פון וואלן וואס די פארטיי האט באקומען אין די פארלאמענטערי וואלן. עס זענען דא 349 זיצן, באוואוסט אלס מאנדאטן, צו ווערן פארטיילט אין די ריקסדעג. די עיקר געזעץ איז אז א פארטיי מוז באקומען כאטש 4% פון די וואלן צו אריינגיין אין ריקסדעג.

שוועדישע בירגער קענען שטימען און לויפן אין די פארלאמענטערי וואלן.

די רעכט צו שטימען אין פארלאמענטערי וואלן ווערט געשאנקען צו סיי ווער וואס איז א שוועדישע בירגער, וואס איז כאטש 18 יאר אלט בייים ווייל טאג, און וואס איז אדער איז געווארן רעגיסטרירט אין שוועדן.

סיי ווער וואס וויל ווערן ערוועלט אלס א מידגליד אין די ריקסדעג מוז האבן די רעכט צו שטימען אין פארלאמענטערי וואלן און ווערן אויסגעוועלט, ד.מ. אויפגענומען אלס א קאנדידאט, דורך א פאליטישע פארטיי. דער אויסגעוועלטער מוז האבן צוגעשטימט פון פאראויס צו ווערן אויסגעוועלט.

א פארלאמענטערי מאנדאט איז פערזענליך. אויב א מידגליד באשליסט צו פארלאזן זיין אדער איר פארטיי בשעת די ערוועלונג צייט אפשניט, קען ער אדער זי בלייבן אין ריקסדעג, אבער אן געהערן צו א פארטיי.

די פארטיי אדער פארטייען וואס האבן גענוג זיצן אין די ריקסדעג צו שטיצן זייערע פאליסיס פארמירן א רעגירונג. דאס ווערט אנגערופן פארלאמענטעריזם.

פארטייען אין ריקסדעג 2022-2026

אכט פארטייען זענען פארגעשטייערט אין ריקסדעג בשעת די 2022-2026 פארלאמענטערי טערמין. דא זענען די נומער פון זיצן (מאנדאטן) וואס די פארטייען האבן באקומען אין די ריקסדעג נאך די 2022 וואלן:

  • סאציאלע דעמאקראטן (S) 107 זיצן
  • שוועדישע דעמאקראטן (SD) 73 זיצן
  • מאדעראטן (M) 68 זיצן
  • לינקע פארטיי (V) 24 זיצן
  • מיטן פארטיי (C) 24 זיצן
  • קריסטליכע דעמאקראטן  (KD)  19 זיצן
  • גרינע פארטיי (MP)  18  זיצן
  • ליבעראלן  (L) 16