די ריקדעג'ס פליכטן
די ריקסדעג איז די העכסטע באשלוס-מאכן קערפערשאפט אין שוועדן. יעדע פיר יאר, שטימען די שוועדישע מענטשן פאר 349 מענטשן זיי צו פארשייערן אין די ריקסדעג. די וואס זיצן אין די ריקסדעג ווערן גערופן מיטגלידער.
באשליסן אויף געזעצן און די סטעיט בודשזעט
איינע פון ריקסדעג'ס וויכטיגסטע פליכטן איז צו דורכפירן געזעצן. געזעץ פארשלאגן קומען געווענטליך פון די רעגירונג אבער קען אויך קומען פון איין אדער מער MP'ס. אלע געזעצן ווערן צוגעגרייט אין פארלאמענטערי קאמיטעען פאר די ריקסדעג שטימט אויף זיי אין פלענארי.
די ריקסדעג באשליסט אויך אויף צענטראלע רעגירונג אויסגאבן און איינקומפט אין די סטעיט בודשזעט. דאס ווערט געטון נאך די רעגירונג האט פארגעשטעלט די בודשזעט געזעץ מיט פארשלאגן אויף וויאזוי די סטעיט'ס
געלט זאל ווערן אויסגעגעבן.
באאבאכטן די רעגירונג
נאך א פליכט פון די ריקסדעג איז צו איבערקוקן וויאזוי די רעגירונג טוט איר ארבעט. מידגלידער פון די ריקסדעג קענען לייגן פראגעס פאר רעגירונג מיניסטערס. די פארלאמענטערי קאנסטיטוציאנאלע קאמיטע (KU) קוקט איבער אז די רעגירונג פאלגט אויס די געזעצן. אויב די ריקסדעג האט נישט צוטרוי אין די פריים מיניסטער אדער אן אנדערע מיניסטער, קען עס שטימען אויף א שריט פון אומצוטרוי אין די מיניסטער.
ארבעטן מיט EU ענינים
די ריקסדעג ארבעט מיט EU ענינים. די רעגירונג מוז זיך דורכרעדן מיט די ריקסדעג אויף די גאנג וואס שוועדן זאל זוכן אין די EU. נאך מער, אסאך פון די פארשלאגן וואס די ריקסדעג באשליסט אויף קומען פון די EU.
צוזאמען מיט די רעגירונג, איז די ריקסדעג אויך אריינגעמישט אין פארעמען שוועדישע אויסלענדישע פאליסי.