וויפיל קאסט די EU?

די EU'ס אקטיוויטעטן ווערן פינאנסירט דורך א יערליכע באשטייערונג פון EU לענדער. די באשטייערונג איז באזירט אויף די לאנד'ס עקאנאמישע אומשטענדן, צווישן אנדערע זאכן. מערסטנס פון די געלט גייט צוריק צו די מיטגליד לענדער אלס א הילף און גרענטס.

איינע פון די צילן פון EU צוזאמענארבעט איז צו פארמינערן עקאנאמישע און סאציאלע אונטערשיידן צווישן לענדער. א גרויסע טייל פון די EU בודזשעט ווערט געשפענדט אויף ראיאנישע אנטוויקלונג, אגריקולטורישע שטיצע, פארשונג און קלימאט שריט, אבער אויך אויף די אריבערגאנג צו א גרינערע און מער דיגיטאלע אייראפעאישע יוניאן.

שוועדן'ס EU ביישטייערונג און שטיצע פון די EU

אין די פינף יאר  2019-2024 ,האט שוועדן געצאלט SEK 37-52 ביליאן א יאר צו די EU און האט באקומען SEK 12-18ביליאן אין EU געלטער דורך די נאציאנאלע בודזשעט. אין צוגאב צו די געלט, גייט אויך EU געלטער דירעקט פון די די אייראפעאישע קאמיסיע צו, צום ביישפיל, פובליק אגענטורן, יוניווערסיטעטן און קאלעדזשעס אין שווועדן.

די EU בודזשעט איז צוטיילט אין זיבן פלעצער. די מערסטע געלט גייט צו די צוזאמענארבעט און ווערדן פלאץ. דאס נעמט אריין שטיצע פאר ראיאנישע אנטוויקלונג און שטיצע פאר די אריבערגאנג צו א גרינערע און מער דיגיטאלע געזעלשאפט.

 

About the page

Published
Changed