דאס איז די EU
27 לענדער זענען מידגלידער פון די אייראפעיאישע פאראיין (EU). שוועדן האט זיך אנגעשלאסן אין די EU און 1 יאנואר 1995. EU לענדער ארבעטן צוזאמען אויף אסאך עקאנאמישע און פאליטישע ענינים.
EU לענדער ארבעטן צוזאמען צו מאכן געזעצן וואס זענען גילטיג אין אלע EU לענדער. באשלוסן אויף נייע EU געזעצן ווערן געווענטליך גענומען דורך די אייראפעישע פארלאמענט און קאונסיל פון מיניסטערס. פאר באשלוסן ווערן געמאכט, וועלן פארשטייערס פון EU לענדער און מידגלידער פון די אייראפעישע פארלאמענט דורכרעדן און פארהאנדלען איינער מיטן אנדערן.
ביידע די שוועדישע רעגירונג און ריקסדעג זענען פארמישט אין אנטוויקלען און איינפירן EU געעזעץ. אין שוועדן, פארזיכערן די רעגירונג, די ריקסדעג און די אגענטורן אז די EU באשלוסן ווערן איינגעפירט.
אלס א בירגער פון שוועדן, קענט איר באאיינפלוסן EU קאאפעראציע דורך די מידגלידער וואס איר שטימט פאר אין ריקסדעג און אייראפעישע פארלאמענט וואלן, אדער דורך פארעמען מיינונגען אין אנדערע וועגן.
רעכטן אלס א EU בירגער
סיי ווער וואס איז א בירגער פון א EU לאנד איז אויך א בירגער פון די EU, באוואוסט אלס א EU בירגער. דאס געבט זיי א סכום פון רעכטן. צום ביישפיל, EU בירגערס קענען
- שטימען פאר פאליטיקאנטן וואס וועלן זיצן אין די אייראפעישע פארלאמענט
- פארן פריי אדער ארבעטן און שטודירן אין אנדערע EU לענדער
- באקומען הילף פון אן אנדערע EU לאנד'ס אמבאסאדע ביים פארן אין נישט-EU לענדער
- אימעילן אדער שיקן בריוו צו EU אינסטיטוציעס אין איינע פון די EU שפראכן, אזויווי שוועדיש, און באקומען אן ענטפער אין אייער אייגענע שפראך
- האבן צוטריט צו EU געזעצן און דאקומענטן אין אייער אייגענע שפראך
- זיך באקלאגן צו די EU אמבודסמאן אויב איר טראכט אז איר זענעט געוורן באהאנדלט נישט יושר'דיג דורך א EU אינסטיטוציע.
וואס די EU טוט
שוועדן און די אנדערע EU לענדער ארבעטן צוזאמען אויף עקאנאמישע און פאליטישע ענינים וואו זיי גלייבן אז זיי קענען עררייכן בעסערע רעזולטאטן צוזאמען ווי זיי וואלטן געקענט אליין. עקאנאמישי וואוקס, הויכע איינגעשטעלטקייט און אנהאלטבארע אנטוויקלונג אין די EU לענדער'ס פאראייניגטע אינערליכע מארקעט זענען טייל פון די צילן פון דעם צוזאמענארבעט.
די עיקר געזעצן פאר EU קאאפעראציע זענען אראפגעלייגט אין אפמאכונגען, באוואוסט אלס אפמאכן. די אפמאכן שילדערן וואס די EU קען באשליסן און וויאזוי עס צו טון. די אפמאכן קענען ווערן צוגעגליכן צו א לאנד'ס קאנסטיטוציע. אלע EU לענדער האבן אנגענומען די אפמאכן און מוזן זיי אויספאלגן.
צום ביישפיל, EU בירגערס קאאפערירן אויף
- האנדל
- ראיאנישע אנטוויקלונג
- אגריקולטוראלע סאבסידיס
- פארשונג
- ענערגיע
- ענווייראנמענטאלע ענינים
- קריגן פארברעכן
- אנטלויפערס פאליסי
וואס די EU טוט נישט
EU לענדער זענען פאראנטוורטליך פאר אסאך ענינים וואס ווערן נישט באשלאסן דורך די EU. ביישפילן נעמען אריין אינקאם שטייערן, העלטקעיר, עדיוקאציע, פענסיעס און קינד צוגאבעס.