דעמאקראטיע
דעמאקראטיע מיינט דורך די מענטשן אדער מענטשליכע מאכט. אן עיקר געדאנק פון דעמאקראטיע איז אז סיי ווער וואס איז א בירגער אדער וואוינט אין א לאנד זאל האבן די געלעגנהייט צו אנטיילנעמען און האבן א ווארט אין וויאזוי די לאנד ווערט געפירט
נאך אן עיקר געדאנק פון דעמאקראטיע איז אז אלע מענטשן זענען פון גלייכע ווערד און זאלן האבן די זעלבע רעכטן. אין א דעמאקראטיע, זאלן מענטשן קענען טראכטן און פילן וואס זיי ווילן און קענען אויסדרוקן זייערע מיינונגען עפנטליך אין רעדן אדער שריפט.
דעמאקראטיע קען אויסזען אנדערש
דעמאקראטיעס קענען פונקציאנירן אין פארשידענע וועגן, און דעמאקראטישע לענדער האבן אויסגעפוועלט פארשידענע וואגן צו מסדר זיי זייער פירונג. מערסטס דעמאקראטישע לענדער האבן וואס איז באקאנט אלס א פארשטייער דעמאקראטיע. דאס מיינט אז בירגער וועלן אריין פאליטיקאנטן וואס שטעלן זיי פאר און פירן די לאנד. שוועדן איז א פארשטייער דעמאקראטיע.
ווען בירגער זענען באטייליגט אין באשליסן אויף א געוויסע ענין, צום ביישפיל אין א רעפערענדום, איז עס גערופן דירעקטע דעמאקראטיע. אין שוועדן, זענען נאציאנאלע רעפערענדומס געהאלטן געווארן אויף ענינים אזויווי נוקלעאר מאכט און EU מיטגלידערשאפט. די געווענטליכע סארט רעפערענדום אין שוועדן איז פאר ראט, און פאליטיקאנטן זענען נישט געבינדן אויסצופאלגן די רעזולטאטן.
די קעניג איז די פירער פון לאנד אבער האט ווייניג מאכט
די העכסטע פארשטייער פון לאנד ווערט גערופן די פירער פון לאנד. אין שוועדן, איז די פירער פון לאנד א קעניג אדער א פירנדע קעניגן. פונדעסטוועגן, האט נישט די פירער פון לאנד קיין פאליטישע מאכט אין שוועדן, און האט אמערסטענס סימבאלישע פונקציעס.